די אייראָפּעישע קאָמיסיע צווישן מַנהיגים פון די EU- לענדער
די אייראָפעישע קאָמיסיע צייכנט אָן שטריכן פאַר דער קאָאָפּעראַציע פון דער EU אויף אַ לאַנגע צייַט, נאָר זי באַשטימט ניט די באַשלוסן וועגן די רעגלאַמענטן פון .EU.
די קאָנגרעסן קומען פאָר פיר מאָל אַ יאָר. אויב עס איז נויטיק, איז מעגלעך צוגעבן נאָך טרעפונגען.
די אייראָפּעישע קאָמיסיע באַשטייט פון אַ פאָרזיצער, פּרעמיערס מיניסטאָרן און פּרעזידענטן פון די EU לענדער, ווי אויך דער פאָרזיצער פון די גובערנאַטאָרן פון דער אייראָפּעישער קאָמיסיע. די אייראָפּעישע קאָמיסיע ווייַלט אויס איר פאָרזיצער אויף אַ צייַט פון צוויי מיט אַ האלב יאָר.
ווי אַזוי באַשטימט די EU די באַשלוסן?
שוועדן און די אַנדערע מיטגלידער לענדער באַשטימען צוזאַמען רעגלאַמענטן פון דער –EU, דאָס הייסט אַז שוועדן קען ווירקן אויך אויף די באַשלוסן פון דער EU, נאָר אין געוויסע פאַלן מוז שוועדן אויך נאָכפאָלגן די באַשלוסן פון דער EU אין וועלכע זי איז ניט פאַראינטערעסירט אין זיי.
אַזוי אַרום באשטימט די מדינֶה און די אַנדערע מיטגלידער לענדער נייַע רעגלאַמענטן פון דער –EU.
1. די גובערנאַטאָרן פון דער EU לייגן פאָר אַ נייַעם געזעץ
די ראָל פון די גובערנאַטאָרן איז פאָרלייגן נייַע געזעצן.
אַלע מיטגלידער לענדער האָבן אַ פאָרשטייער צווישן די גובערנאַטאָרן.
די גובערנאַטאָרן מוזן זאָרגן פאַר דער - EU און זיי זענען ניט פאָרשטייערס פון זייערע לענדער.
2. די רעגירונג און דער פּאַרלאמענט נעמען אָן אַ פּאָזיציע
די גובערנאַטאָרן פון דער -EU שיקן זייערע פאָרשלאַגן צו אַלע מיטגלידער לענדער. אין שוועדן ווערן זיי איבערגעגעבן צו דער רעגירונג און צום פאַרלאַמענט. די רעגירונג מעלדעט דעם פּאַרלאַמענט וועגן איר פּאָזיציע אין שייַכֶות מיט די פאָרשלאַגן און באַקומט צוריק די פּאָזיציע פונעם פּאַרלאַמענט. די רעגירונג איז דער רעדנער פון שוועדן.
3. דער אייראָפּעישער פּאַרלאַמענט באַשטימט
דער אייראָפּעישער פּאַרלאַמענט איז געווען אַ שוּתֶף צו דער באַשטעטיקונג פון די נייַע געזעצן פון דער -EU. די פאָרשטייערס זענען אויסגעווייַלט געוואָרן אין אַלגעמיינע וואַלן און און 21 פון זיי זענען אויסגעווייַלט געוואָרן אין שוועדן.
דער אייראָפּעישער פּאַרלאַמענט באַשליסט צוזאַמען מיט דער מיניסטאָרן קאָמיסיע וועגן די מערסטע טייל טעמעס. עס זענען פאַראַן טעמעס וואָס זענען ניט באַשטימט דורכן אייראָפּעישן פּאַרלאַמענט. עס האַנדלט זיך, צום בייַשפּיל, אין אויסערן און זיכערהייַט פּאָליטיק פון דער -EU.
4. די מיניסטאָרן קאָמיסיע באַשטימט
די שוועדישע רעגירונג און אַלע אַנדערע רעגירונגען אין די לענדער פון דער -EU שיקן אַ מיניסטער צו דער מיניסטאָרן קאָמיסיע פון דער EU. די מיניסטאָרן קאָמיסיע באַשטימט נייַע געזעצן פון דער -EU.
פאַר דעם באשלוס, באַטראַכט די שוועדישע רעגירונג די פאָרשלאַגן מיטן פּאַרלאַמענט.
5. שוועדן פירט דורך דעם געזעץ
ווען די מיניסטאָרן קאָמיסיע האָט באַשטעטיקט אַ נייַער געזעץ, מוזן שוועדן און די אַנדערע מיטגלידער לענדער דורכפירן דעם געזעץ. אַמאָל איז נויטיק אַז דער פּאַרלאַמענט זאָל בייַטן די שוועדישע געזעצן כּדֵי זיי זאָלן זיך צופּאַסן צו די נייַע געזעצן פון דער - EU . אין אַנדערע פאַלן, הייבן אָן באַלד די געזעצן פון דער -EU צו זייַן גילטיק.
דער פּאַרלאַמענט קאָנטראָלירט
אַ חוּץ קאָנטראָלירן און באַמערקן דער רעגירונג, האָט דער פּאַרלאַמענט, גלייַך ווי אַנדערע פּאַרלאַמענטן אין EU לענדער, אויך אַן אַנדערע ראָלע. ווען די - EU שלאָגט פאָר נייַע געזעצן אין געוויסע געביטן, מוזן די פּאַרלאַמענטן אין די מיטגלידער לענדער קאָנטראָלירן אויב די דאָזיקע געזעצן זענען נויטיק אין די ראַמען פון דער EU אָדער צי איז בעסער אַז יעדעס לאַנד באַזונדער זאָל באַשטימען געזעצן פאַר זיך. דער קאָנטראָל קען פירן צו דעם אַז די גובערנאַטאָרן זאָלן מוזן באַטראַכטן אויף ס'נייַ זייער פאָרשלאַג.
וואָס געשעט אויב שוועדן פאָלגט ניט נאָך די רעגלאַמענטן פון דער - EU ?
די גובערנאַטאָרן פון דער EU קאָנטראָלירן אַז די לענדער זאָלן אויספירן די געזעצן וואָָס זענען באַשטימט געוואָרן דורך דער EU. אין פאַל אַז די גובערנאַטאָרן מיינען אַז שוועדן פירט ניט דורך די געזעצן, קענען זיי אָנגעבן אַ תבִיעֶה קעגן שוועדן אינעם EU געריכט .
.אין דעם פאַל, איז די ראָלע פונעם געריכט פון דער -EU צו באַשטימען אויב שוועדן האָט ניט מקַייֶם געווען די רעגלאַמענטן פון דער - EU. שוועדישע געריכטן קענען אויך זיך ווענדן צום געריכט פון דער - EU מיט פראַגעס צו אַ קלאָרער פאַרשטאַנד פון די - EU רעגלאַמענטן .
אויב איר גלויבט אַז שוועדן אָדער אַן אַנדער מיטגליד לאַנד אַפּליקירט ניט די רעגלאַמענטן פון דער EU, קען מען מעלדן וועגן דעם צום גובערנאַטאָר פון דער -EU.
גובערנאַטאָרן פון דער -EU
- די גובערנאַטאָרן מוזן זאָרגן פאַרן גוטס פון דער גאַנצער -EU און זיי זענען ניט קייַן פאַרשטייער פון זייערע לענדער.
- די גובערנאַַטאָרן פון דער -EU ווערן אויסגעווייַלט אויף פינף יאָר דורך די רעגירונגען פון די מיטגלידער לענדער.
- דער אייראָפּעישער פּאַרלאַמענט מוז אַפּראָבירן די EU. גובערנאַטאָרן .
דער אייראָפּעישער פּאַרלאַמענט
- יעדע פינף יאָר קומען פאָר וואַלן פאַרן אייראָפּעישן פּאַרלאַמענט.
- די בירגער פון יעדן לאַנד קלייַבן אויס זייערע פאָרשטייערס.
- לענדער וואָס האָבן אַ גרעסערע באַפעלקערונג, ,האָבן אַ גרעסערע צאָל פאָרשטייערס ווי די לענדער וואָס האָבן אַ קלענערע באַפעלקערונג.
מיניסטאָרן קאָמיסיע
- דער רעגירונג מיניסטער וואָס איז פאַרנטפאָרטלעך וועגן אַ געוויסער טעמע, באַטייליקט זיך אין דער מיניסטאָרן קאָמיסיע. צום בייַשפּיל, אויב עס זענען פאַראַן אַרומיקע טעמעס וועגן אַ פּאַרק, דאַן באַטייליקט זיך דער מיניסטער פון סביבֶה קוואַליטעט.
- די מיניסטאָרן קאָמיסיע קען באַשליסן וועגן די מערהייַט פראַגעס, ווען עס איז דאָ אַ מערהייַט פאַר דעם פאָרשלאַג. אין געוויסע פראַגעס מוז מען האָבן אַן איין און איינציקע אייַנשטימונג פון אַלעמען כּדֵי דער באַשלוס זאָל אויפגענומען ווערן.
EU- געריכט
- דאָס געריכט פון דער –EU האָט אַ ריכטער פון יעדן לאַנד פון די – EU לענדער.
- די ריכטער ווערן נאָמינירט דורך די רעגירונגען פון די מיטגלידער לענדער אויף אַ צייַט פון זעקס יאָר.