accessibilityaddangle-leftangle-rightarrow-downarrow-leftarrow-rightarrow-upsound-activebookcrossdocumentdownloademailexternalShapeglobeLinkplayremovesearchsharestop-watch

Jiddisch - ייִדיש

די אייראָפעישע פאַרייניקונג – אין קורצן

אַ גרויסע טייל פון דער -EU איז אַ טעטיקייַט צו פאַרלייַכטערן אויפן מִסחֶר צווישן די לענדער. אַ קאָאָפּעראַציע פון דער -. EU באַדייַט אויך אַז עס וועט זייַן לייַכט צו פאָרן, איבערצוציען זיך אָדער לערנען אין אַנדערע -UE לענדער. צום בייַשפּיל, הייַנט צו טאָג, קען אַ EU- בירגער אַרבעטן אין אַן אַנדערEU- לאַנד אָן אַן אַרלויבעניש צו אַרבעטן אָדער אַ ספּעציעלע אַרלויבעניש צו בלייַבן. דער "אייראָ" איז די מַטבֵע אין כִּמעַט די העלפט פון די – EU לענדער.

לענדער וואָס זייַנען מיטגלידער

די לענדער וואָס זייַנען מיטגלידער פון דער -EU האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין פאַרשידענע עפּאָכעס.

1952 בעלגיע, פראַנקרייַך, איטאַליע, לוקסענבורג, האָלאַנד, דייַטשלאַנד

1973 דענמארק, אירלאַנד, בריטאַניע

1981 גריכנלאַנד

1986 פּאָרטוגאַל, שפּאַניע

1995 פינלאַנד, שוועדן, עסטרייַך

2004 ציפערן, עסטאָניע, לאַטוויע, ליטע, מאַלטע, פּוילן, סלאָוועניע, סלווואַקייַ, טשעכיע , הונגאַרן,

2007 בולגאַריע, רומעניע

2013 קראָָאַטיע

וואָס טוט די EU?

צי די - EU פאַרנעמט זיך מיט יעדע זאַך?

EU פאַרנעמט זיך מיט אַסַך טעמעס, ווי צום בייַשפּיל די פאָלגנדע:

פראַגעס וועגן דער אַרומיקער סביבֶה. EU האָט באַשטימט, צום בייַשפּיל , צוועקן פאַר די מיטגלידער לענדער, ווי אַזוי צו פאַרקלענערן דער גאַזן אויסלויף פון טעמפּעראַטור דערוואַרעמונג.

פאַנגען פיש. EU באַשטימט די אַרלויבטע צאָל פיש וואָס מע קען פאַנגען אין יַם פון די מיטגלידער לענדער. דאָס אַנטהאַלט, צווישן אַנדערע, די סאָל פיש אינעם באַלטישן יַם.

פּאָליציי קאָאָפּעראַציע. די רעכט פון דער פּאָָליציי און פון די געריכטן פון דער -EU איז קאָאָפּערירן אינעם קאַמף קעגן שווערע פאַרברעכנס צווישן די לענדער, ווי צום בייַשפּיל, סַמים קאָנטראַבאַנד.

רעגיאָנאַלע שטיץ

די - EU לענדער ווילן פאַרקלענערן די עקאָנאָמישע און סאָציאַלע אונטערשיידן צווישן לענדער און רעגיאָנען אין דער -EU. צוליב דעם, אַ גרויסער חֵלֶק פון די געלטער פון דער -EU גייט פאַר דער רעגיאָנאַלער שטיץ.

פּאָליטיק וועגן די פּלֵיטים. די-EU האָט בשוּתפֶותדיקע אינסטרוקציעס וועגן געבן אַזיל די פלֵיטים, צווישן אַנדערע, וועלכעס לאַנד מוז זיך פאַרנעמען מיט דער ביטע פון געבן אַזיל.

די לענדער פון דער -EU קאָאָפּערירן, צום בייַשפּיל, מיט פראַגעס וועגן אַן עקאָמאָמישע שטיץ, מִסחֶר מיט לענדער אויסער דער -EU, שטיץ פאַר אַגריקולטור און פראַגעס וועגן שפּייַז אַרטיקלען.

די -EU פאַרנעמט זיך ניט מיט די זאַכן

די לענדער וואָס זענען מיטגלידער זענען אַליין פאַראַנטוואָרטלעך אויף זייער פיל טעמעס. אַלס בייַשפּילן האָבן מיר: הַכנָסֶה שטייַערן, דער געזונט סיסטעם, שולעס, ווי אויך פּענסיע פאַר עלטערע און פּענסיע פאַר קינדער.

וויפל קאָסט די - EU?

אַלע מיטגלידער לענדער באַצאָלן דער EU אַ יערלעכער אָָפּצאָל. דער גאַנצער אָפּצאָל איז באַזירט, צווישן אַנדערע, אויף די עקאָנאָמישע מעגלעכקייַטן פונעם לאַנד. שוועדן צאָלט 30-40 מיליאַרד שוועדישע קרוינען.

די-EU באַקומט סַך הַכָל, אַרום 1300 מיליארד שוועדישע קרוינען אין איין יאָר. אַרום 85 פּראָצענט פונעם געלט קערט זיך אום צו די מיטגלידער לענדער אַלס א שטיץ. די מערסטע טייל גייט פאַר דער אַנטוויקלונג פון נייַע רעגיאָנען אין די –EU לענדער, צום בייַשפּיל, כּדֵי צו פאַרבעסערן די שאָסייען, צו שטיצן פאָרשונגען און קענטעניש פונעם אַרבעט מאַרק, צו שטיצן אין אַגריקולטור, דערפישע רעגיאָנען און פיש פאַנגעניש. נאָר דאָס געלט גייט אויך פאַר אַן אַלגעמיינער שטיץ, קולטורעלע שטיץ און פּאָליציעלע קאָאָפּעראַציע. שוועדן באַטייליקט זיך אין דער מערהייַט פון דער שטיץ.

  • דער מדינֶה בודזשעט פון שוועדן איז אַרום 900 מיליאַרד שוועדישע קרוינען.
  • 30-40 מיליאַרד שוועדישע קרוינען פונעם מדינֶה בודזשעט גייט איבער צום אָפּצאַל פאַר דער -EU.
  • שוועדן באַקומט צוריק 10-13 מיליאַרד שוועדישע קרוינען אַלס שטיץ פון דער -EU.

ווען דיEU- באַשטימט

די אייראָפּעישע קאָמיסיע צווישן מַנהיגים פון די EU- לענדער

די אייראָפעישע קאָמיסיע צייכנט אָן שטריכן פאַר דער קאָאָפּעראַציע פון דער EU אויף אַ לאַנגע צייַט, נאָר זי באַשטימט ניט די באַשלוסן וועגן די רעגלאַמענטן פון .EU.

די קאָנגרעסן קומען פאָר פיר מאָל אַ יאָר. אויב עס איז נויטיק, איז מעגלעך צוגעבן נאָך טרעפונגען.

די אייראָפּעישע קאָמיסיע באַשטייט פון אַ פאָרזיצער, פּרעמיערס מיניסטאָרן און פּרעזידענטן פון די EU לענדער, ווי אויך דער פאָרזיצער פון די גובערנאַטאָרן פון דער אייראָפּעישער קאָמיסיע. די אייראָפּעישע קאָמיסיע ווייַלט אויס איר פאָרזיצער אויף אַ צייַט פון צוויי מיט אַ האלב יאָר.

ווי אַזוי באַשטימט די EU די באַשלוסן?

שוועדן און די אַנדערע מיטגלידער לענדער באַשטימען צוזאַמען רעגלאַמענטן פון דער –EU, דאָס הייסט אַז שוועדן קען ווירקן אויך אויף די באַשלוסן פון דער EU, נאָר אין געוויסע פאַלן מוז שוועדן אויך נאָכפאָלגן די באַשלוסן פון דער EU אין וועלכע זי איז ניט פאַראינטערעסירט אין זיי.

אַזוי אַרום באשטימט די מדינֶה און די אַנדערע מיטגלידער לענדער נייַע רעגלאַמענטן פון דער –EU.

1. די גובערנאַטאָרן פון דער EU לייגן פאָר אַ נייַעם געזעץ

די ראָל פון די גובערנאַטאָרן איז פאָרלייגן נייַע געזעצן.

אַלע מיטגלידער לענדער האָבן אַ פאָרשטייער צווישן די גובערנאַטאָרן.

די גובערנאַטאָרן מוזן זאָרגן פאַר דער - EU און זיי זענען ניט פאָרשטייערס פון זייערע לענדער.

2. די רעגירונג און דער פּאַרלאמענט נעמען אָן אַ פּאָזיציע

די גובערנאַטאָרן פון דער -EU שיקן זייערע פאָרשלאַגן צו אַלע מיטגלידער לענדער. אין שוועדן ווערן זיי איבערגעגעבן צו דער רעגירונג און צום פאַרלאַמענט. די רעגירונג מעלדעט דעם פּאַרלאַמענט וועגן איר פּאָזיציע אין שייַכֶות מיט די פאָרשלאַגן און באַקומט צוריק די פּאָזיציע פונעם פּאַרלאַמענט. די רעגירונג איז דער רעדנער פון שוועדן.

3. דער אייראָפּעישער פּאַרלאַמענט באַשטימט

דער אייראָפּעישער פּאַרלאַמענט איז געווען אַ שוּתֶף צו דער באַשטעטיקונג פון די נייַע געזעצן פון דער -EU. די פאָרשטייערס זענען אויסגעווייַלט געוואָרן אין אַלגעמיינע וואַלן און און 20 פון זיי זענען אויסגעווייַלט געוואָרן אין שוועדן.

דער אייראָפּעישער פּאַרלאַמענט באַשליסט צוזאַמען מיט דער מיניסטאָרן קאָמיסיע וועגן די מערסטע טייל טעמעס. עס זענען פאַראַן טעמעס וואָס זענען ניט באַשטימט דורכן אייראָפּעישן פּאַרלאַמענט. עס האַנדלט זיך, צום בייַשפּיל, אין אויסערן און זיכערהייַט פּאָליטיק פון דער -EU.

4. די מיניסטאָרן קאָמיסיע באַשטימט

די שוועדישע רעגירונג און אַלע אַנדערע רעגירונגען אין די לענדער פון דער -EU שיקן אַ מיניסטער צו דער מיניסטאָרן קאָמיסיע פון דער EU. די מיניסטאָרן קאָמיסיע באַשטימט נייַע געזעצן פון דער -EU.

פאַר דעם באשלוס, באַטראַכט די שוועדישע רעגירונג די פאָרשלאַגן מיטן פּאַרלאַמענט.

5. שוועדן פירט דורך דעם געזעץ

ווען די מיניסטאָרן קאָמיסיע האָט באַשטעטיקט אַ נייַער געזעץ, מוזן שוועדן און די אַנדערע מיטגלידער לענדער דורכפירן דעם געזעץ. אַמאָל איז נויטיק אַז דער פּאַרלאַמענט זאָל בייַטן די שוועדישע געזעצן כּדֵי זיי זאָלן זיך צופּאַסן צו די נייַע געזעצן פון דער - EU . אין אַנדערע פאַלן, הייבן אָן באַלד די געזעצן פון דער -EU צו זייַן גילטיק.

דער פּאַרלאַמענט קאָנטראָלירט

אַ חוּץ קאָנטראָלירן און באַמערקן דער רעגירונג, האָט דער פּאַרלאַמענט, גלייַך ווי אַנדערע פּאַרלאַמענטן אין EU לענדער, אויך אַן אַנדערע ראָלע. ווען די - EU שלאָגט פאָר נייַע געזעצן אין געוויסע געביטן, מוזן די פּאַרלאַמענטן אין די מיטגלידער לענדער קאָנטראָלירן אויב די דאָזיקע געזעצן זענען נויטיק אין די ראַמען פון דער EU אָדער צי איז בעסער אַז יעדעס לאַנד באַזונדער זאָל באַשטימען געזעצן פאַר זיך. דער קאָנטראָל קען פירן צו דעם אַז די גובערנאַטאָרן זאָלן מוזן באַטראַכטן אויף ס'נייַ זייער פאָרשלאַג.

וואָס געשעט אויב שוועדן פאָלגט ניט נאָך די רעגלאַמענטן פון דער - EU ?

די גובערנאַטאָרן פון דער EU קאָנטראָלירן אַז די לענדער זאָלן אויספירן די געזעצן וואָָס זענען באַשטימט געוואָרן דורך דער EU. אין פאַל אַז די גובערנאַטאָרן מיינען אַז שוועדן פירט ניט דורך די געזעצן, קענען זיי אָנגעבן אַ תבִיעֶה קעגן שוועדן אינעם EU געריכט .

.אין דעם פאַל, איז די ראָלע פונעם געריכט פון דער -EU צו באַשטימען אויב שוועדן האָט ניט מקַייֶם געווען די רעגלאַמענטן פון דער - EU. שוועדישע געריכטן קענען אויך זיך ווענדן צום געריכט פון דער - EU מיט פראַגעס צו אַ קלאָרער פאַרשטאַנד פון די - EU רעגלאַמענטן .

אויב איר גלויבט אַז שוועדן אָדער אַן אַנדער מיטגליד לאַנד אַפּליקירט ניט די רעגלאַמענטן פון דער EU, קען מען מעלדן וועגן דעם צום גובערנאַטאָר פון דער -EU.

גובערנאַטאָרן פון דער -EU

  • די גובערנאַטאָרן מוזן זאָרגן פאַרן גוטס פון דער גאַנצער -EU און זיי זענען ניט קייַן פאַרשטייער פון זייערע לענדער.
  • די גובערנאַַטאָרן פון דער -EU ווערן אויסגעווייַלט אויף פינף יאָר דורך די רעגירונגען פון די מיטגלידער לענדער.
  • דער אייראָפּעישער פּאַרלאַמענט מוז אַפּראָבירן די EU. גובערנאַטאָרן .

דער אייראָפּעישער פּאַרלאַמענט

  • יעדע פינף יאָר קומען פאָר וואַלן פאַרן אייראָפּעישן פּאַרלאַמענט.
  • די בירגער פון יעדן לאַנד קלייַבן אויס זייערע פאָרשטייערס.
  • לענדער וואָס האָבן אַ גרעסערע באַפעלקערונג, ,האָבן אַ גרעסערע צאָל פאָרשטייערס ווי די לענדער וואָס האָבן אַ קלענערע באַפעלקערונג.

מיניסטאָרן קאָמיסיע

  • דער רעגירונג מיניסטער וואָס איז פאַרנטפאָרטלעך וועגן אַ געוויסער טעמע, באַטייליקט זיך אין דער מיניסטאָרן קאָמיסיע. צום בייַשפּיל, אויב עס זענען פאַראַן אַרומיקע טעמעס וועגן אַ פּאַרק, דאַן באַטייליקט זיך דער מיניסטער פון סביבֶה קוואַליטעט.
  • די מיניסטאָרן קאָמיסיע קען באַשליסן וועגן די מערהייַט פראַגעס, ווען עס איז דאָ אַ מערהייַט פאַר דעם פאָרשלאַג. אין געוויסע פראַגעס מוז מען האָבן אַן איין און איינציקע אייַנשטימונג פון אַלעמען כּדֵי דער באַשלוס זאָל אויפגענומען ווערן.

EU- געריכט

  • דאָס געריכט פון דער –EU האָט אַ ריכטער פון יעדן לאַנד פון די – EU לענדער.
  • די ריכטער ווערן נאָמינירט דורך די רעגירונגען פון די מיטגלידער לענדער אויף אַ צייַט פון זעקס יאָר.

ווי אַזוי ווירקט מען אויף דער EU ?

אויב איר ווילט ווירקן אויף די -EU באַשלוסן, קענט איר זיך פאַרשטענדיקן מיט דעם וואָס פאַרנעמט זיך מיט די פראַגעס פון דער -EU אָדער מיט דעם וואָס באַשטימט די באַשלוסן.

פאָרשטייערס פונעם אייראָפעישן פּאַרלאַמענט.

עס זענען פאַראַן שוועדישע פאָרשטייערס אין אייראָפּעישן פּארלאַמענט וואָס זענען מיט אים אין שותפֶות און ווירקן אויף די באַשלוסן פון דער -EU. דעטאַלן וועגן אַ פאַרבינדונג מיט זיי קען מען באַקומען אינעם פּלאַץ http://www.europarl.europa.eu/sweden/. עס איז אויך מעגלעך צו פאַרבינדן זיך מיטן אינפאָרמאַציע ביוראָ פונעם אייראָפּעישן פּאַרלאַמענט אין שוועדן, טעלעפאָן 08-56244455, בליץ-פּאָסט epstockholm@ep.europa.eu.

פאָרשטייערס פון פּאַרלאַמענט.

די פאָרשטייערס פון שוועדישן פּאַרלאַמענט באַשטימען די געזעצן אין שוועדן און גיבן איבער באַמערקונגען צו דער רעגירונג פאַרן אַננעמען אַ באַשלוס אין דער מיניסטאָרן קאָמיסיע. אינעם פּלאַץ http://www.riksdagen.se/ וועט איר געפינען אַדרעסן פון -349 פאָרשטייערס און פּאָליטישע פּאַרטייען אין פּאַרלאמענט.

מיניסטאָרן אין דער רעגירונג.

די שוועדישע מיניסטאָרן באַטייליקן זיך אין די טרעפונגען פון דער מיניסטאָרן קאָמיסיע פון דער -EU אין וועלכע עס ווערן באַשטעטיקט נייַע EU רעגלאַמענטן. אינעם פּלאַץ http://www.regeringen.se/,וועט איר געפינען פאַרבינדונגס דעטאַלן צו אַלע רעגירונגס מיניסטאָרן.

EU גובערנאַטאָרן .

די-EU גובערנאַטאָרן ווילן, אָפטמאָל, באַקומען באַמערקונגען וועגן געזעצן פּלענער .

אַ מיליאָן בירגער פון דער -EU קענען אָננעמען אַ ציווילע איניציאַטיוו און דערמוטיקן די גובערנאַטאָרן פאָרצולייגן אַן עֵצֶה צום געזעץ.

מען קען זיך פאַרשטענדיקן מיטן EU גובערנאַטאָרן ביוראָ אין שוועדן, לויטן טלפון 08-56244411, בליץ-פּאָסט bursto@ec.europa.eu. די אַדרעס פון אינטערנעץ פּלאַץ איז ec.europa.eu/sverige/index_sv.htm.

אָרגאניזאַציעס.

אַסַך אָרגאַניזאַציעס קאָאָפּערירן אין דעם אייראָפעישן ניוואָ כּדֵי צו ווירקן אויף דער -EU.

די געשיכטע פון דער -EU אין קורצן

פון זעקס לענדער ביז...

די -EU באַשטייט הייַנט פון 28 לענדער און אַלע צוזאַמען פאַרמאָגן אַרום 508 מיליאָן אייַנוווינער. עס זענען דאָ נאָך לענדער וואָס בעטן זייַן מיטגלידער, צווישן אַנדערע, סערוויע און טערקייַ.

אויב אַזוי, פאַרוואָס זשע האָבן די לענדער אין אייראָפּע אָנגעהויבן צו קאָאָפּערירן? אַ קורצע צייַט נאָך דער צווייטער וועלט מִלחָמֶה, האָבן עטלעכע מֳדינוֶת געבעטן אויסמייַדן נייַע מִלחָמֶות. דערפאַר, האָבן זעקס לענדער געשאַפן דעם פאַריין פאַר קויל און שטאָל אין -1952.

זיי האָבן געזאָלט זייַן פאַראַנטוואָרטלעך פאַר דער פּראָדוקציע פון קוילן און שטאָל, וואָס זענען געווען די וויכטיקע פּרימאַ מאַטעריאַלן אין דער קריג אינדוסטריע. אין דעם אויפן האָבן זיי געקענט אויסמייַדן אַז אַ וועלכע ניט איז מדינֶה זאָל ווידער אָנהייבן אויפצושטעלן אַן אַרמיי. דאָס איז געווען דער ערשטער גרונט טריט פון דער EU-.

די קאָאָפּעראַציע איז אַריבער אין 1958 צו אַנדערע פּראָדוקטן, באַדינונגען און קאַפּיטאַלן. נאָך עטלעכע יאָר, האָט מען אָנגעהויבן רופן צו אַ קאָאָפּעראַציע מיטן נאָמען EG (די אייראָפּעישע קאָאפּעראַציעׂ). מיט דער צייַט, האָבן זיך די קוואַליטעט פון דער סביבֶה, די אַגריקולטור און די טראַנספּאָרט מיטלען, פאַרוואַנדלט אין פונקציעסַ פאַר דער EG. אין 1993 האָט די EG געביטן איר נאָמען אויף EU, די אייראָפּעישע פאַרייניקונג. דאַן איז דערמעגלעכט געוואָרן אַ בשּותפֶותדיקע אַרבעט פון די לענדער אין עִניָנים וועגן אויסערן פּאָליטיק. דענצמאָל זענען צוגעקומען נאָך 16 לענדער וועלכע זענען געוואָרן מיטגלידער פון –EU, אַ זאַך וואָס ווירקט אויפן שטייגער פון דער קאָאפּעראַציע.